top of page

אַ "יאַריד" מיט טעמעס

Writer's picture: Reb Noyekh Reb Noyekh

Updated: Apr 1, 2021

מײַנע סטודענטן האָבן שטאַרק ליב די ייִדישע ליטעראַטור. אין משך פֿון צװיי זמנים האָט מען אַרומגערעדט אַ ים מיט טעמעס, פֿון מינים ביז פֿאָלקלאָר, און נאָך! מע האָט זיך ספּעציעל פּאָסמאַקעװעט מיט שלום עליכמס שרײַבן. די סטודענטן האָבן געשריבן אַזוי פֿיל װעגן די פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן, "פֿונעם יאַריד". עס איז טאַקע אַ מחיה צו לייענען זייערע געשמאַקע באַמערקונגען. האָט הנאה און קאָמענטירט אונטן. צי זײַט איר מסכּים? אפֿשר קענט איר זיך דערמאָנען אין עפּעס װאָס איר האָט אַמאָל געלייענט?


שלום עליכם

מענער און פֿרויען


קלערט זיך איבער שלום עליכמס שילדערונג פֿון מענער און פֿרויען. צי זענען זיי פּאָסיטיװע באַשרײַבונגען, צי גאָר נעגאַטיװע? למשל, װאָס מיינט איר װעגן דעם פֿעטער ניסל קעגן זײַן װײַב האָדל'ען, נעמט אויך אין באַטראַכט: שלומס מאַמע, פֿרומע די דינסטמויד, און פֿייגעלע אַשמדאי.

שלום עליכם מאָלט אויס אַ מוסטער פֿון מענער און פֿרויען וואָס שטעלט זיך אַנטקעגן דעם מאָדערנעם פּראָגרעס. אָדער די פֿרויען זײַנען ״טיראַנען״ איבער נאַרישע מענער אָדער זיי זײַנען שטאַרק וועלטישע פֿרויען אין קאָנטראַסט צו זייער ״לופֿט-מענטשענדיקע״ מענער. מע זעט די טיראַנען אין פֿרומע די דינסטמויד און אין דער מומע האָדל. אויף דער אַנדער זײַט זענען אַלע מענער און ייִנגלעך בעלי-חלומות (ווי שמואליק), אָדער נאַראָנים (ווי ניסל). עס איז אמת, אַז שלום עליכם מאַכט חוזק פֿון ביידע מינים אָבער זיי זײַנען זיכער סטערעאָטיפּן.


איך מיין אַז די אינטערעסאַנטסטע העלדן זײַנען פֿייגעלע-אַשמדאי און די באָבע מינדע. פֿייגעלע איז ממש אַנדערש פֿון אַלע קינדער. זי איז מאָדנע און דערפֿאַר שרעקן זיך די בחורים

אַ ביסל פֿון איר. איך מיין, אַז זי איז סעקסועל (מען קען זאָגן אַז די פֿרוי מיט אַ סעקסועלער תּאווה איז נאָך אַ סטערעאָטיפּ). לסוף מאַכט שולם עליכם זי, נישט געקוקט אויף פֿייגעלעס לעבעדיקער פּערזענלעכקייט, פֿאַר אַ פֿרומער ווײַב.


די באָבע מינדע אין קאַפּיטל 11 איז לכתּחילה אַ שטאַרקער און אינטערסאַנטער טיפּ. די קינדער האָבן אַ חיוב צו קומן צו גאַסט יעדן שבת. זי זאָגט די קינדער מוסר און גיט זיי אויך מאָדנע עסנס. אָבער אין קאַפיטל 14 זעט מען אַן אַנדער אַספּעקט/דימענסיע פֿון איר. זי גרייט צו פֿאַר איר טאַט. זי באַשיצט די קינרער פֿון אַ מוטער וואָס איז אין כעס. זי באווײַזט חן.


לסוף מיין איך, אַז שלום עליכם באווײַזט אַן עכטע מיטגעפיל פֿאַר זײַנע העלדן, כאָטש זיי זײַנען סטערעאָטיפּן.



קאָן אַ מאַן גוט שרײַבן ליטעראַרישע ראַמאַנען װעגן אַ פֿרוי? קאָן אַ פֿרוי גוט שרײַבן ליטעראַרישע ראָמאַנען װעגן אַ מאַן?

מיר זעען אַ סך באַװוּסטע װעלט ליטעראַטור װאָס מענער האָבן געשריבן װעגן פֿרויען. למשל, טאָלסטויס "אַנאַ קאָרענינע" אָדער גוסטאַװ פֿלאַובערטס "מאַדאַם באָװערי". און להיפּוך האָבן שרײַבערינס, װי למשל דזשיין אַוסטען און די שװעסטער בראַונטי זייער גוט געשריבן ליטעראַטור װעגן מענער.


אָבער נאָכן 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאַראַן װייניקע ראָמאַנען פֿון פֿרויען. דאָס הייסט, אַז מענער שרײַבערס האָבן װייניקע מוסטערן צו פֿאַרשטיין װי צו פֿאָרמולירן די אינערװייניקסטע מחשבֿות און געפֿילן פֿון פֿרויען.


אָבער בדרך־כּלל שרײַבן פֿרויען אַפֿילו אין אונדזער צײַט מער פֿונעם "װײַבערלעכן קול" װי פֿון פּערספּעקטיװ פֿון מענער.


הומאָר


באַטראַכט שלום עליכמס הומאָר. קען מען זאָגן, אַז ס'איז אַ מין "לאַכן דורך טרערן"? װאָס מיינט דאָס? נעמט אין באַטראַכט דעם װײַטערדיקן משל. דער רבֿ איז געשטאָרבן. זײַן לװיה איז געװען פֿאַר שלום עליכם דעם קינד אַ יום־טובֿ, אָבער פֿאַר שלום עליכם דעם שרײַבער איז דאָס געװען טרויעריק. דאָס קינד האָט פֿאַנטאַזירט װעגן גן־עדן, נאָר שלום עליכם דער שרײַבער דערמאָנט, אַז דער רבֿ איז אַראָפּ אין "דער קלעפּיקער קאַלטער ערד…". װוּ נאָך זעט איר אַזעלכע קאָמישע־טרויעריקע באַשרײַבונגען?

איך בין מסכּים, אַז שלום עליכמס מעשיות באַװײַזן ״לאַכן דורך טרערן.״ דער סטיל ליטעראטור פּאַסט זיך צו דעם היסטאָרישן מצבֿ פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. זיי האָבן געהאַט אַ סך פֿרײַהייט אין לעבן על־פּי־הלכה אָבער האָבן נישט געקענט גרינג איבערלאָזן די פֿיר אמות תּורה. דער השׂכּלה האָט נישט געכאַפּט ס'רובֿ ייִדן אין די שטעטלעך. דאָס איז די סיבה פֿאַרװאָס י.ל. פּרץ, שלום עליכם און אַנדערע קלאַסיקער האָבן געשריבן אין ייִדיש און נישט אין העברעיִש, דאָס לשון פֿון דער השׂכּלה.


די איבערלעבונג פֿון דעם ״שטעטל ייִדן״ איז גאַנץ אַנדרעש ווי פֿון שלום עליכמען, און ער שילדערט ממילא זייער אָרטיק שמאָל לעבן . דאָס הייסט נישט, אַז דאָס לעבן איז נישט רײַך – ייִדן ליבן, אַרבעטן, און שטאַרבן ווי אַלע מענטשן גלײַך, נאָר די אָרעמקייט און די שװעריקייט צו בײַטן זייער לעבן איז דער מקור פֿאַרן "לאַכן דורך טרערן".


אַחוץ דעם משל אין דײַן פֿראַגע, דערמאָנט מען די מויד וואָס איז אַ שטיקל ״דיקטאַטאָרשע״, אָבער שלאָפֿט מיט די קינדער ווען זיי זײַנען קראַנק. זי באַשיצט זיי. מיר פֿאַרשטייען וואָס פֿאַר אַ טיפּ די מויד איז און מיר לאַכן דורך טרערן: די אָרעמקייט, די אוממעגלעכע סיטואַציע, און די ליבשאַפֿט אין זייער לעבן.



פֿאָלקלאָר


קענט איר זיך דערמאָנען אין אַנדערע ייִדישע פֿאָלקסמיטלען?

עס זענען דאָ בײַ אונדז אַ סך פֿאָלקסמיטלען אין דער ייִדישער קולטור און אין דער רעליגיע. נעמט אין באַטראַכט דעם מנהג "שלאָגן קפּרות".מע מיינט, אַז דאָס איז אַ מין "רפֿואה" פֿאַר דער נשמה. די הון נעמט איבער אונדזערע עבֿירות.


אַ באַנאַלער מנהג איז צו קושן די מזוזה װען מע קומט אַרײַן אין דער היים. דער רמב''ם האָט געמיינט, אַז דאָס פֿירט צו עבֿודה־זרה, אַ מין איבערגלויבן. אָבער אַ סך מענטשן טוען שטענדיק אַזוי.


נאָך אַ משל: אַ סך פֿרומע ייִדן גלייבן, אַז אויב עמעצער אין דער משפּחה איז אָפֿט מאָל קראַנק, דאַרף מען באַקוקן די מזוזות טאָמער די אותיות זײַנען אויסגעמעקט און דערפֿאַר פּסול. אָדער מע זאָל באַקוקן בײַ אַ ייִדן די תּפֿילין.


מע האָט געלייענט אין "פֿונעם יאַריד", אַז אַלערליי מינים רוחות און שרעטעלעך װוינען מיט און צװישן דעם ייִדישן פֿאָלק.


מיכאל


89 views0 comments

Comments


bottom of page